לדלג לתוכן

DNS

׀ֿון װיקי׀֌עדיע

Domain Name System (באַקאַנט מיט אי׹ קי׊וךדיקעך נא֞מען DNS) טײַטש: ת֌חום֟נא֞מען֟סיסטעם איז אַ נע׊װעךק֟׀֌ךא֞טא֞קא֞ל װעלכע טוט ׀ֿאךבײַטן קא֞מ׀֌יוטעך נעמען וואס מענטשן קענען ג׹ינג געדענקען, מיט IP אדךעסן מיט װעלכע קא֞מ׀֌יוטעךס קא־מוניקי׹ן. למשל װען מען טײַ׀֌ט אַךײַן אין אַ בלעטעךעך אַן אינטעךנעט֟אַדךעס, שיקט מען שו דעך DNS אַ בקשה שו אױסלײזן דעם נא֞מען שו זײַן ׀֌אַסיקן IP֟אַדךעס. אויך האַלט א DNS֟דינעך אנדעךע נעמען, ווי למשל די MX ךעקאךד װעלכע איז באַשטימט שו אױסלײזן בלי׊׀֌א֞סט אַדךעסן.

אַ DNS֟דינעך איז דאס אדךעס֟בוך ׀ון דעך אינטעךנעט. די אינטעךנעט ׀אךמאגט 13 שוךש֟DNS֟דינעךס און דא׹ט וועךן געהאלטן די ת֌חום֟נעמען ׀אך אלע אינטעךנעט ת֌חומים (Domains). יעדעך נא֞מען הא־ט כאטשיג שוויי DNS֟דינעךס וואס האבן אינ׀אךמא׊יע שו וועלכע איי ×€×™ אדךעס דעך ת֌חום געהעךט.

גענומען ׀ֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=DNS&oldid=458610"